|
איך װיל ביי אייך אַ קאַשע פֿרעגען, זאָגט מיר װער עס קען,
מיט װעלכע טײַערע פּאַרמעגען בענטשט ג־ט אַלעמען,
מ'קױפֿט דאָס נישט פֿאַר קײַנע געלט, דאָס גיט מען נאָר אומזיסט,
און דאָך אַז מען פֿאַרלירט דאָס אױ, װי טרערן מען פֿערגיסט,
אַ צװײטען גיט מען קײנעם ניט' עס העלפֿט נישט קײַן געװײַן,
אױ, װער עס האָט פֿאַרלױרען, דער װײס שױן װאָס איך מײַן.
אַ ייִדישע מאַמע, עס גיבט נישט בעסער אױף דער װעלט,
אַ ייִדישע מאַמע, אױ װײַ װי ביטער װען זי פֿעלט,
װי שײַן און ליכטיג איז אין הױז װען די מאַמע איז דאָ,
װי טרױעריג פֿינסטער װערט װען גאָט, נעמט איר אױף עולם הבאַ
אין װאַסער אין פֿײַער װאָלט זי געלאָפֿן פֿאַר איר קינד
נישט האַלטן איר טײַער, דאָס איז געװיס די גרעסטע זינד,
אױ װי גליקליך און רײַך איז דער מענטש װאָס האָט,
אַזאַ שײַנע מתנה געשײַנקט פֿון ג־ט,
נאָר אײן אַלטיטשקע ייִדישע מאַמע,
אױ מאַמע מײַן